Jiddisch/ייִדיש
MTM פּראָדוצירט און באָרגט ליטעראַטור אין אַ פאָרם פון קאָמוניקאַציע געווידמעט פאַר מענטשן וואָס זענען באַגרענעצט אין זייער לייענען. מיר באָרגן רעדנדיקע ביכער דורך דער דיגיטאַלער ביבליאָטעק , legimus.se.aw און דורך אַנדערע ביבליאָטעקן. מיר באָרגן "ברייל" ביכער (פאַר בלינדע) אין אַ דירעקטן אוֹפן.
וואָס זענען רעדנדיקע ביכער?
רעדנדיקע ביכער ווערן פּראָדוצירט לויט דער צוריקהאַלטונג אין געזעץ פאַר שעפערישע רעכטן. זיי פירן אויס די רעדנדיקע ביכער ספּעציעל פאַר די לייַט וואָס זייער מעגלעכקייַט צו לייענען איז אַ קליינע און וואָס פירט זיי צו אַ שוועריקייַט אין לייענען אַ געדרוקן טעקסט.
באָרגן רעדנדיקע ביכער
אַלע ביבליאָטעקן אין שוועדן באָרגן רעדנדיקע ביכער. איר קענט אויך געפינען אינפאָרמאַציע וועגן די ביכער און זיי אַראָפּנעמען פון אונדזער דיגיטאַלער ביבליאָטעק, legimus.se. איר באַדאַרפט ניט קיין אַרלויבעניש, ס'איז בלויז גענוג איר זאָלט מעלדן אַז איר נויטיקט זיך אין די רעדנדיקע ביכער. אייַער ביבליאָטעק וועט אייַך העלפן באַקומען אַ חֶשבון פאַרן אַראָפּנעמען. דאָס באָרגן איז אינגאַנצן אומזיסט. פרעגט בייַ דער מאַנשאַפט, זיי וועלן זייַן צופרידן אייַך צו העלפן.
אַראָפּנעמען רעדנדיקע ביכער
איר קענט אַראָפּנעמען ביכער אין אַ דירעקן אוֹפן פון אונדזער דיגיטאַלער ביבליאָטעק, legimus.se. אייַער ביבליאָטעק וועט אייַך העלפן באַקומען דעם נאָמען פונעם באַניצער און די לאָזונג און מע וועט אייַך ווייזן ווי מען מאַכט דאָס. געדענקט אַז איר דאַרפט דעם נומער פון אייַער שוועדישער אידענטיטעט כּדֵי איר זאָלט קענען אַראָפּנעמען
די דאָזיקע ביכער .
וועלכע רעדנדיקע ביכער קען מען באָרגן?
אין דער דיגיטאַלער ביבליאָטעק legimus.se, קען מען זען וואָס פאַר אַ רעדנדיקע ביכער איז מעגלעך צו באָרגן :
http://www.legimus.se. אין דעם זייַטל איז אויך פאַראַן אינפאָרמאַציע וועגן וועלכע ביכער קען מען באָרגן .עס איז אויך מעגלעך נעמען רעדנדיקע ביכער פון אַנדערע לענדער.
ביכער אין "ברייל" שריפט
די - MTM פאַרמאָגט אויך ביכער אין "ברייל" שריפט אין עטלעכע שפּראַכן. פאַרשטענדיקט זיך מיט אונדז כּדֵי איר זאָלט קענען באָרגן ביכער אין "ברייל" שריפט.